בעת דער ערשטער עקספּעדיציע פונעם "אַהיים"־פּראָיעקט אין היינטצייטיקן פּוילן (29-14 מאַי 2016) האָבן מיר זוכה געווען צו באַזוכן און פאַרברענגען צוויי מאָל מיט איינעם פון די עלטסטע יידיש־רעדנדיקע תושבים דאָרט – דעם לעצטן הי־געבוירענעם איינוואוינער פון גער, דעם 99־יעריקן הענריק (אברהם) פּרײַס.
זיין לעבנסגעשיכטע איז טאַקע ווערט באַשריבן צו ווערן, אָבער לעת־עתה לאָמיר בלויז דערמאָנען אַז ער געדענקט נאָך היפּש ביסל עבריתּ (שוין אָפּגערעדט פונעם דור־דורותדיקן לשון־קודש) און ער רעדט עס טאַקע צום־טייל מיט אַ קענטלעכן אַשכנזישן אַרויסרייד. ער האָט עס געלערנט ווי אַ יונג בחורל אין זיין היימשטאָט גער (Góra Kalwaria) וואו ער איז געווען אַ יונגער אָנהענגער פון דער פּועלי־ציון באַוועגונג. פון זיין יידיש איז שוין אָפּגערעדט... ממש אַ לעבעדיקער אוצר פון שפּרודלדיקן פאַרמלחמהדיקן פּוילישן יידיש!

,Henryk (Avrom) Prais, who was born in Góra Kalwaria in 1916, the year Sholem Aleichem passed away in New York
finds it difficult to explain what exactly helped him to stay alive all these years (and epochs!) since he doesn't pretend
to be a particularly learned man, rather he states he is "a simple Jew," a "Sholem Aleichem type of Jew", a
folksmench (not to be confused with "luftmensch" kholile!). We interviewed him in May 2016, in his native
Ger on the 100th anniversary of Sholem Aleichem's death, just moths away from his,
!Henryk's, 100th birthday, tfu-tfu-tfu
הענריק פּרײַס איז אַ גאַנץ גוט באַקאַנטע פּערזענלעכקייט אין היינטצייטיקן פּוילן. מע קען לייענען וועגן אים אויף פּויליש (זעט, אשטייגער, דאָ) און מע קאָן אויך זען אַ ריי ווידעאָ־אינטערוויען מיט אים (טאָמער גיט מען אַ זוך נאָך "Henryk Prajs").
ער איז געבוירן געווארן דעצעמבער 1916 און געדענקט זייער גוט אי דעם גערער רבין, אי די פילצאָליקע חסידים וואָס פלעגן קומען זיך צו פּראַווען ביי אים. ער איז אפילו אַ שטיקל קרוב (און גאָרניט אַזאַ ווייטער) פון דעם באַרימטן אין־גער־געבוירענעם וואָלף מעסינג. אָבער ניט דאָס זענען מיר אַצינד אויסן און אפילו ניט זיין, הענריקס, בייטראָג אי פאַר פּוילן אין אַלגעמיין און בפרט לשם אויפהיטן די קאַרגע רעשטלעך פונעם יידישן לעבן אין זיין אַמאָל לעגענדאַרער היימישער סביבה נאָכן חורבן.
אַצינד, ווילן מיר בלויז פאַרשרייבן און ברענגען אַ זעלטענעם נוסח פון אַ חתונה־ליד, וואָס איז מעגלעך מגולגל געוואָרן אין אַ מין בדחניש ליד, הענריק פּרײַס האָט פאַרגעדענקט דאָס ליד נאָך פון זיינע קינדעריאָרן אינעם פאַרמלחמהדיקן גער. ער פלעג עס אויך אַליין זינגען שוין פיל שפּעטער, נאַך דער מלחמה ביים אַרויסהעלפן צו פּראַווען און פאַרוויילן, אַלס אַ מין בדחן, די דאַן שוין זעלטענע חתונות צווישן היגע יידן.
דאָס ליד איז געבויט אויף דעם באַקאַנטן פּרינציפּ פועם פּסחדיקן "אחד מי יודע". דער טיפּ פון אַ כסדר וואַקסדנדיק קייט־ליד איז, פאַרשטייט זיך, לאוו דווקא אַ ספּעציפיש יידישער, אָבער עס איז אויך גאָרניט אַזוי זעלטן צווישן יידישע פאָלקסלידער. אָט איז אַ מוסטער פון אַזאַ מין ליד, וואָס פאַרמאָגט אַן ענלעכע קייט־געבוי: עס הייסט: "גאָט האָט באַשאַפן הימל און ערד". אַ געדרוקטן טעקסט פון אַ וואַריאַנט דערפון קאָן מען זען שוין טאַקע אין דעם ערשטן באַנד "יידישע פאָלקסלידער" פון נח פּרילוצקיאין 1912.
אָט איז נאָך א ביישפיל פון דעם קייטל-ליד, וואָס ווערט פּרעכטיק שיין אויסגעזונגען פון דער באַקאַנטער זינגערין און פאָרשערין דר. מאַריאַ קרופּאָוועס:

דר. מאַריאַ קרופּאָוועס זינגט דאָס ליד "גאָט האָט באַשאַפן הימל און ערד"
אין בלומינגטאָן, אינדיאַנאַ 2010
וועגן די פאַרשידענע נוסחאות, בתוכם אויף יידיש, רוסיש, ענגליש און אַנדערע שפּראַכן איז שוין אָפּגערעדט. דער נוסח פון הענריקס בדחן־ליד בלייבט אין דער ערשטער סטראָפע גאַנץ געטריי דעם "אחד" פונעם "אחד מי יודע"־ליד. און אָט איז דאָס ליד טאַקע גאַנצערהייט:
לאָמיר אָנהייבן צו ערקלערען
וואָס פון איינס קען ווערען
איינס איז ליבער גאָט
וואָס אויף הימל — אויף ערד
לאָמיר אָנהייבן צו ערקלערען
וואָס פון צוויי קען ווערען
צוויי זענען די מחותנים
וואָס זיי ציילן די מזומנים
לאָמיר אָנהייבן צו ערקלערען
וואָס פון דריי קען ווערן
דריי זענען די כלי־זמרים
וואָס זיי פאָרשפּילן פאַר געסט און מחותנים
לאָמיר אָנהייבן צו ערקלערען
וואָס פון פיר קען ווערען
פיר זענען די שטאַנגען
חתן־און־כלה פאַרבאַנדן
די אַנדערע נוסחאות פון דעם ליד האָט מען פאַרשריבן פיל פריער. צום ערשטן מאָל אפּנים מיט אַ יאָר 16-15 איידער אונדזער אינפאָרמאַנט איז געבוירן געוואָרן און גראָד אין דער ליטע (קאָוונער געגנט) און ס'איז אַריין אין דער פּיאָנערישער זאַמלונג יידישע פאָלקסלידער פון גינזבורג און מאַרעק פון 1901 (וועגן דער סביבה און קאָנטעקסט פון גינזבורג און מאַרעקס טעטיקייט זעט דאָ, כדי צו זען דאָס ליד גופא אין יענער זאַמלונג גיט אַ קוועטש דאָ).
לויט י. ל. כהנס אויפפאַסונג (כהן 1957: זז. 495-494) איז יענער נוסח, וואָס איז אַריין אין גינזבורג און מאַרעקס זאַמלונג – אַ שפּעטערע, שטאַרק בדחנישע איבעראַרבעטונג פון אַ "לכתחילהדיקער ריין פאָלקסטימלעכער פאָרעם", וואָס אַ "בעסערן" נוסח פון איר האָט ער גופא פאַרשריבן (אפּנים נאָך אין די 1920ער) פון טויבע סאָסטשין פון טשימעראָוויץ אין פּאָדאָליע.
ס'איז אָבער גאָר טשיקאַווע אַז מאַקס גרונוואַלד האָט אין 1905 אינעם 16טן העפט פון זיין "מיטטילונגען צור יודישען פאָלקסקונדע" פאַרעפנטלעכט "אַ צווייטן וואַריאַנט פון ביימען־מערן" וועלכן מ'האָט געהערט "אין צווייטן פערטל פון 19טן י"ה" און וועלכער "איז זייער שטאַרק פאַרדייטשט" (אַלע ציטירטע פראַזעס דאָ פון י.ל. כהן, 1957, ז. 494). דעם טעקסט איז ביי גרונוואַלדן פאַרשריבן מיט גלחות און פאַרשטייט זיך לויט דער דייטשישער אָרטאָגראַפיע און מע קען אים איבערלייענען דירעקט אָט־אָ־דאָ.

ס'איז אויך שטאַרק טשיקאַווע וואס אין דעם ליד וואָס הענריק פּרײַס האָט אונדז אויסגעזונגען שפּירט זיך גאַנץ בולט אויך די אויבנאויפיקע און למעשה שיער ניט סימבאָלישע "פאַרדייטשונג" – אין געציילטע פאַלן אין אויסרייד, ווי אויך אין מאָרפאָלאָגיע.
י. ל. כהן דערמאָנט אויך פּרטים אויך וועגן אַנדערע נוסחאות און ווייטער איבעראַנדערשטע וואַריאַנטן. וויכטיק איז דאָ צו באַמערקן אַז אין אַ ריי וואַריאַנטן איז דאָ לויט כהנען דער עלטסטער עלעמענט שוין אין דער ערשטער סטראָפע וואו "איינס" מיינט "חתונה הויז" אַן אָנווייזונג אויף דעם אַמאָליקן "טאַנצהויז" וואו מ'האָט געפראַוועט שמחות און חתונות. אָט איז דער אַנהייב און די לעצטע – די פולע סטראָפע פון דער, לויט כהנען, עכט־פאָלקסטימלעכער פאָרעם וואָס איז פאַרשריבן געוואָרן אין זיין זאַמלונג פון טויבע סאָסטשין:
1.
ווער עס קען כסדר ציילן,
וואָס עס מיינט – איינס?
איינס איז דאָס חתונה־הויז,
אין וואָס מע עסט,
אין וואָס מע טרינקט,
אין וואָס מע טאַנצט,
אין וואָס מע שפּרינגט
טאַ־לאַ, לאַ־לאַ־לאַ־לאַ
7.
ווער עס קען כסדר ציילן,
וואָס עס מיינט – זיבן?
זיבן זענען די שבע־ברכות,
וואָס דער אייבערשטער שיקט הצלחות;
זעקס זענען די ליכט־הבדלות,
וואָס דער אייבערשטער שיקט מזלות;
פינף זענען די כלי־זמרים,
וואָס זענען משמח רייך און אָרעם;
פיר זענען די חופּה שטאַנגען,
וואָס חתן־כלה ווערן געפאַנגען;
דריי זענען די מחותנים,
וואָס זיי ציילן די מזומנים;
צוויי זענען די חתן־כלה,
וואָס דער אייבערשטער איז זיי ממלא;
איינס איז דאָס חתונה־הויז,
אין וואָס מע עסט,
אין וואָס מע טרינקט,
אין וואָס מע טאַנצט,
אין וואָס מע שפּרינגט
טאַ־לאַ, לאַ־לאַ־לאַ־לאַ
עס זעט אויס אַז י. ל. כהן האָט שטאַרק געגלייבט, אַז מע קאָן און מע דאַרף אונטערשיידן צווישן דער ריינער פאָלקסשאַפונג און די פאַרשידענע "בדחנישע", בעל־מחברישע און אפשר אויך שוישפּילערישע באַפּוצונגען, איבעראַרבעטונגען, איבערדרייענישן א.א.וו. גלייך ווי די פאָלקספאַרוויילער וואָלטן ניט געווען קיין שותפים צו דער פאָלקשאַפונג, קיין לעגיטימער טייל פונעם פאָלק וואָס האָט געשאַפן און מיטגעשאַפן דעם אוצר פון יידישן ליד. ניט דאָ איז דאָס אָרט אַריינצוגיין אין חקירות מכוח דעם ענין. מירן נאָר באַמערקן אַז ווער עס זאָל ניט געווען דער שאַפער אָדער מיטשאַפער פון דעם צי יענעם נוסח, וואַריאַנט א.ד.ג. קומט עס שוין צו אונדז אָן שוין ווי אַ טייל פון יענעם פאָלק־אוצר, סיידן עס איז במילא פון אַ שפּעטערן טעאַטראַלישן אָדער אַ פעסטגעשטעלטן ליטעראַרישן מקור אויף וועלכן מע קאָן בפירוש אָנווייזן.
אין דעם פאַל פון דעם דאָ אַרומגערעדטן געזעמל לידער, אָדער וואַריאַנטן פון אַן אַמאָליקן טיפּ פון אַ יידישן חתונה־ליד איז שווער צו ברענגען עפּעס מער ממשותדיקס ווי די פאַרשידענע זאָל אפילו זיין גאַנץ קלוגע, אָבער פאָרט השערות פון איינעם פון די וויכטיקסטע, למעשה גרעסטע קענער און מומחים פונעם יידישן פאָלקלאָר, דעם פריצייטיק פאַרשטאָרבענעם יהודה־לייב כהן.
דער נוסח וואָס מיר האָבן זוכה געווען צו פאַרשרייבן פון הענריק פּרײַס – אים צו לאַנגע, געזונטע יאָר – איז כלל ניט ווייניק – און אפשר טאַקע גאָר נאָך מער – אַנדערש ווי די פאַרשידענע שוין באַקאַנטע נוסחאות. די ערשטע סטראָפע, ווי שוין געזאָגט, קערט זיך אום צו דעם מעגלעכן מוסטער פון דעם גאַנצן טיפּ חתונה־ליד, היינו צום פּסחדיקן "אחד מי יודע". דאָס ליד גופא איז שטאַרק פאַרקירצט פון זיבן סטראָפעס אויף אינגאַנצן פיר. אויך די פאַרשידענע נומערן רעפּרעזענטירן דאָ אַנדערע זאַכן. בלויז צוויי מחותנים ציילן די מזומנים און די כלי־זמרשע קאַפּעליע באַשטייט בלויז פון דריי כלי־זמר. ערשט די לעצטע סטראָפע דאָ דערמאָנט זיך אין חתן־כלה. אויך דער אופן פון אָנהייבן יעדע סטראָפע מיט – "לאָמיר אָנהייבן צו ערקלערן – וואָס פון XXX קען ווערן" – שיידט זיך בולט אונטער פון "ווער עס קען כסדר ציילן..." אָדער פון "אחת ואחת... אחת ושנים..." א.א.וו.
עס זעט אויס, אַז י.ל. כהן איז מרמז אַז "דאָס חתונה־הויז" קער פאַרמאָגן אַ פיל עלטערן יחוס – סיי היסטאָריש סיי געאָגראַפיש. דהיינו, עס קאָן שטאַמען אַזש פון דעם אַמאָליקן "טאַנצהויז" וואו מ'פלעג לפנים, זינט שפּעטן מיטלאַלטער, פּראַווען אין שטעט און שטעטלעך פון צענטראַל און מערב־אייראָפּע חתונות און אַנדערע שמחות אָדער קהלשע פאַוויילונגען (זען אַבראַהאַמס 1896, זז. 75).
אויב אַזוי איז אפשר אויך דער פריער־דערמאָנטער וואַריאַנט פון ביימען־מערן לאוו־דווקא אַזוי שטאַרק "פאַרדייטשט", מערניט עס איז אפשר גענוג "פאַרדייטשט" צוליב זיין פאַרשריבן ווערן מיט גלחות און ניט פאָנעטיש ווי עס איז געוואָרן מעגלעך ערשט מיט אַוועלכע 20-15 יאָר שפּעטער, נייערט לויט דער דייטשישער שרייב־סיסטעם?
בלייבט אָבער פאָרט די קושיא הלמאי איז אין דעם גערער נוסח אזוי בולט דער כמו־דייטשישער אַרויסרייד פון "ערקלערען" און "ווערען" און פאַרוואָס שפּרינגט צום סוף אומגעריכטערהייט, הגם לויטן גראַם, די גאַנץ אומגעלומפּערטע פאָרעם "פאַרבאַנד" אויף "פאַרבינדן"? ס'איז אַ מאָדנע פאַרדייטשונג אי ווייל די פאָרמע, וועדליק מיין באַגרענעצטער השגה, איז ניט קיין דייטשישע ממש, הגם עס קלינגט אפשר אַזוי "דייטשמעריש" פאַר אַן יידישן אויער, אי ווייל דער פּרעפיקס גופא ווערט גאָרניט פאַרדייטשט אויף "פער-" ס'בלייבט "פאַר" און שוין! אויך די פאָרעם "ווערען" איז אַ מין "דייטשישער" אַרויסרעד פונעם יידישן וואָרט "ווערן", וואָס אויף דייטש וואָלט דאָך אוודאי באַדאַרפט זיין "ווערדען".
מיר האָבן דאָס ליד פאַרשריבן עטלעכע מאָל בעת דעם ערשטן באַזוך דעם 16טן מאַי און בעת דעם צווייטן – דעם 28סטן. דאָ ווייזן מיר נאָר דריי – דאָס ערשטע און דאָס דריטע מאָל געזונגענערהייט (הגם געוויסע פראַזעס סוף־סטראָפע איז הענריק פּרײַס נוטה זיי אַרויסצוברענגען מער אין רעטשיטאַטיוו איידער געזונגענערהייט (דאָס זעלביקע אויך אין אַ טייל אַנדערע לידער מיט וועלכע ער האָט אונדז מכבד געווען). אין דעם פאַל אינצווישן דעקלאַמירט ער פּשוט דעם טעקסט פונעם ליד און גראָד דאָ און ניט־געקוקט וואָס דאָס צעשטערט דעם גראַם (שטאַנגען – פאַרבאַנדן), זאָגט ער פּראָסט און פּשוט: "פאַרבינדן!"
הכלל, עס איז דאָ נאָך גענוג ניט־פאַרענפערטע זאַכן סיי וואָס שייך דעם טיפּ חתונה־לידער אין אַלגעמיין, סיי וואָס שייך אָט־דעם אויף ווי וויט איך ווייס פריער ניט באַקאַנטן נוסח. אָבער עס זעט שוין אויס ווי אַ שטיקל נס, וואָס מע קאָן נאָך אַלץ אָנשטויסן זיך אויף מענטשן וועלכע זענען גרייט און מסוגל איבערצוגעבן פון זייער לעבעדיקן זכרון לידער און שפּורן פון מסורות וואָס וואָרצלען העט־העט אין דעם עבר – אין 19טן, צי 18טן י"ה, צי אפילו נאָך פריער, אין דער פאַרצייטיקער יידישער גאַס (דער אַמאָליקער "יידנגאַס") אין די שטעט פון צענטראַל און מערב־אייראָפּע.
צום סוף, אָט איז טאַקע דער ווידעאָ־קליפּ מיט די דרײַ מאָל פאַרשריבענע אויספירונגען פון דעם בדחנס ליד ווי עס האָט אונדז געזאָגט און געזונגען פריינד הענריק (אברהם) פּרײַס נ"י:

שוין נאָכן אָנשרייבן דעם דאָזיקן נאָטיץ האָבן מיר זיך אָנגעשטויסן, אַז אונדזערע קאָלעגן פון דעם וויכטיקן פּוילישן "שטעטל"־פּראָיעקט פאַרשריבן דאָס זעלביקע ליד נאָך אין 2012:
אַן אַנדער ביז גאָר אינטערעסאַנטן אינטערוויו פון 2010 מיט הענריק פּרײַס, וואו ער זינגט אויס אַ גאַנצע ריי לידער און דערציילט וועגן די פאַרמלחמהדיקע יידישע כלי־זמרים אין גער, קען מען זען אויפן וועבזייט פונעם שטעטל־פּראָיעקט.
*
עטלעכע צוגאָבלעכע "לינקעלעך" צו אַן אַנדער נוסח פון דעם ליד:
ערשטנס, מע דערמאָנט זיך דערין ביי די היימישע יידן
און אָט איז דאָס ליד געזונגען פון יפה ירקוני (יאַרקאָני):
און אויך א וואריאנט דערפון ווי עס ווערט געזונגען פון סלאַוואַ פאַרבער, אים צו לאנגע געזונטע יאַר! --
די ווערטער וועלן מיר, מירצעשעם, צוגעבן בקרוב!
שײן צו געפֿינען דאָ אַ בלאָג אױף ייִדיש. כ'האָף אַז דאָס װעט נישט זײַן די לעצטע ידיעה װאָס מיר האָבן דאָ נאָר װאָס געלײענט. כּל־טובֿ! י
ReplyDeleteישר-כוח פאר אפרופן זיך. קאן זיין אז דער פאלגנדיקער בלאג וועט אייך אויך זיין אינטערעסאנט
ReplyDeletehttp://zeltenebikher.blogspot.com/
ס'איז דא נאך, מערסטנס פאעזיע בלאגן אט-דא-א
https://www.blogger.com/profile/17058457836903549199
דאנק אייך פאר דעם גרויסען פארגעניגען ואס
איר האט מיר געגיבען מי דאס
זינגען .
א דאנק אייך
ReplyDelete